מילין דרבנן מאדומו"ר זצוקללה"ה זי"ע
א אז איך בין צווייא לייטיק ווייס איך אז איך בין זעכצעהן לייטיק. אז איך בין זעכצעהן לייטיק ווייס איך אז איך בין צוויי לייטיק:
ב איז מען ארום איז מען אויף גיהייבין. איז מען אויף גיהויבין איז מען ארום:
ג אז מיא שרייט ווען מיא וויל. וויל מען ווען מיא שרייט ניט. אז מיא וויל ניט ווען מיא שרייט. שרייט מען ניט ווען מיא וויל:
ד אז מיא האט יראה איז דאך גוט. אויב ניט ח"ו פשיטא דארף מען זיין בפחד ובמורא:
ה כל חללי דעלמא אינם שוים כלל נגד חוט השערה של יראה:
ו יראה אן אהבה איז ניט קיין שלימות. אהבה אן יראה איז גאר נישט:
ז חכמה אן הארץ איז גאר נישט:
ח כל זמן מיא מאכט זיך ניט חשוב קאן מען קיין רגילות ניט אוועק ווארפין:
ט פרום איז פאלש:
י מיט איין שטיקעלע פרישקייט קאן מען אלץ אריבער:
יא דאס איז איין שטראף פון השי"ת אז מיא טוהט איין מצוה און לייט ווייסין דער פון. רק ואת צנועים חכמה:
יב דרייא זאכין האב איך ליב מיזאל אפ טאן וואס צום גיכסטין. התאוה. ודרך. ומרחץ:
יג ווען מיא זאל זיך היטין מהרע מחמת רחמנות על עצמו איז אויך גוט:
יד דאס הארץ דארף זיין אן גיקניפט אין דעם ארומאן וויא אין דעם שענסטין:
טו מיא גיהער מורא האבין פאר דעם ארומאן וויא פאר איין שווערד:
טז אז מיר זאל זיך גלוסטין צוא דאוונען פאר דעם עמוד וואלט איך מיר וכו':
יז איך האב ניט ליב מאריך בתפלה זיין. אין עבדות הבורא יוא:
יח מה שיחטוף אדם להכין לו ביום השוק מה טוב. ואך הוא קנינו:
יט את הכל יוכלו ליקח מאתי. אך לא יוצרי מלבבי:
כ אז עס איז גוט טוהט מען דאך. און אז עס איז ניט גוט דענסמאלט איז ערשט גוט צוא טאן. און אז דער פון ווערט גוט איז טאקי גוט:
כא אז איין שעה איז גוט. איז דיא אנדערע שעה נאך בעסער:
כב העולם הזה הוא השפל מכל העולמות. ואולם הוא גבוה מכולם:
כג עס קאן ניט זיין אמת אפילו איין תנועה קטנה אן מס"נ:
כד אהבת חברים. אז עס מאכט זיך דבורים איז בוודאי גוט. אלא ניט. זיצט מען זיך אזוי אין איינעם מיט ליבשאפט:
כח לערנען מוז מען. דאוונען דארף מען:
כו אפילו עס דוכט זיך מיא וועט בעסער דאוונען ביחידות. איז אלץ בעסער בצבור:
כז איטליכער יוד האט איין טוליעגראף אין זיין מויל דורך אלע עולמות:
סליקו להו מילין דרבנן מאדומו"ר זצוקללה"ה זי"ע